אוקראַינע – דער פירער פון אוקראַינע'ס גרעסטע ראקעט-פאבריצירונג פירמע האט נעכטן שארף געלייקנט באשולדיגונגען אז ראקעט טעכנאלאגיע פון זיין פירמע איז געשיקט געווארן צו דער קאמוניסטישער צפון קארעא, זיי צו העלפן אנטוויקלען זייער מיסיל פראגראם. די לייקענונג איז געקומען נאכדעם וואס א "ניו יארק טיימס" באריכט האט געלויטעט אז עס זענען דא אמעריקאנער עקספערטן וועלכע האלטן אז די סיבה פארוואס צפון קארעא האט באוויזן צו מאכן אזעלכע שנעלע פארשריט מיט זייערע מיסילס, איז צוליב די אוקראַינישע "קעי בי יאזשנאאי" ראקעט פירמע, אבער דער פירער פון דער פירמע, אלעקסאנדער דעגטיאראוו, זאגט אז דאס איז הונדערט פראצענט פאלש. ער זאגט אז דער צפון קארעא רעזשים האט טאקע אין יאר 11' פרובירט צו ברענגען די פירמע צו פארקויפן פאר זיי ראקעט טעכנאלאגיע, דורכ'ן שיקן שלוחים פארשטעלט אלס אייראפעאישע יוניאן רעפרעזענטאטן, אבער דער שפיל איז אויפגעדעקט געווארן און די צוויי זענען באלד ארעסטירט געווארן.

בילד: אוקראַינע לייקנט צפון קארעא פארבינדונג

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל