אין די צייט וואס פילע סטעיטס זענען נאך סקעפטישע איבער די פארשריט פון דרייווערלאזע קארס און טראקס האט די טראנספארטאציע דעפארטמענט אין קלאראדא געמאלדן אז איר שאסיי רענאוואציע אפטיילונג וועט איינהאנדלן עטליכע דריווערלאזע טראקס וואס וועלן גענוצט ווערן אלס ״קרעש טראקס״ און געשטעלט ווערן אונטער ארבייטער וואס פירן דורך שאסיי רענאוואציעס אז זיי זאלן נישט ווערן אראפגעקלאפט דורך פליענדיגע קאר׳ס. די איינפיר פון לייגן א ״קרעש טראק״ אונטער ארבייטער וואס פירן דורך שאסיי ארבייט איז איינגעפירט איבעראל און עס דינט אלס פיזישע שיצונג פאר די ארבייטער, אבער פילע מאל זענען די דרייווערס פון די שוץ טראקס נישט צופרידן וויבאלד זיי זענען אויסגעשטעלט צו מער געפארן. אצינד וועט די סטעיט אין קאלאראדא לעזן דעם פראבלעם, און שוין דעם ווינטער וועלן די קרעש טראקס זיין דרייווערלאז און נאכפארן די ארבייטער דורך אירע ספעציעלע סענסארס.

Image result for colorado self driving truck



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל