אין די לעצטע יארן קומען פילע נייע קארס מיט פארגעשריטענע סעיפטי צוגאבן, ווי סענסארס וועלכע אלאמירן איבער א קאר אין די ״בליינד ספאט״ און אזוי אויך טוט עס ווארענען ווען מען פארט ארויס פון די ליניע אדער ווען מען דערנענטערט זיך צו שנעל צו אן אנדערע קאר. די נייע טעכנאלאגיעס זענען געווען אונטער פראגע צייכן וויבאלד פילע האלטן אז עס נידערט די וואכזאמקייט פון די דרייווערס וועלכע פארלאזן זיך דערויף צו שטארק. אבער א פרישע שטודיע צייגט אז די עקסידענט ראטע ביי אזעלכע סארט קאר׳ס זענען פיל נידריגער, און טוט אין אלגעמיין נידערן די עקסידענט ראטע מיט 21 פערצענט, און ווען עס קומט צו פאטאלע עקסידענטן איז צווישן די געווען מיט גאנצע 86% ווייניגער. די אויספארשער שאצן אז ווען אלע אויטאס וואלטן ווען געווען אויסגעשטאט מיט די טעכנאלאגיע וואלטן פארמיטן געווארן א געשאצטע 85,000 עקסידענטן אין 2015 אליין.

בילד: טעכנאלאגישע סעיפטי איינריכטונגען אין קארס רעדוצירען פאטאליטעטן מיט 86 פערצענט

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל