אפסטעיט, ניו יארק. - צושפרייטונג. אט דאס איז איין ווארט וואס דערציילט שוין אלעס וואס איר ווילט הערן. דער היימישער און גרויס וואקסענדער ציבור ווערט מער און מער פארשפרייט, אויף א פארנעם וואס ניו יארק האט נאכנישט בייגעוואוינט זינט חסידישע אידן האבן זיך אין איר באזעצט און היימיש געמאכט.

וואס א וואך שפעטער, טוען זיך מער און מער מענטשן כאפן אז די פרייזן וואס זיי לייגן אראפ פאר זייער דירה איז אויסטערליש איבערגעטריבן, און דער אפציע פון זיך אריבערציען צו א געגנט וואו מען דערלייגט א קלענערע טייל פון די שווער פארדינטע געלטער, ווערט אלס מער פאפולער.

בפרט ווערט עס איינגעזען אין די גלילות פון שטאט קרית יואל, וועלכע טוט שטארק רעפלעקטירן די דאזיגע געדאנק, עס איז געעפנט געווארן במתי מעט, און איז אויסגעשטיגן צו א הערליכע און ריזיגע שטאט, וואס האט די מעלות פון א שטעטל מיט איר רואיגקייט און אפגעזונדערקייט, און גלייכצייטיג אויך דעם גרויסן פארקער און אלערליי אינדוסטריעס, אזש עס לאזט זיך גארנישט גלייבן.

דא האט מען געזען ווי רוח הקודש הופיעה בבית מדרשו של רבי, פון די ערשטע טאג וואס דער רבי ז"ל איז אנגעקומען קיין אמעריקע, האט ער געטראכט און געגלוסט צו האבן אן אייגענעם שטעטל, עס האט אויסגעזען מופרך מעיקרא, כ'מיין ווער וועט עפעס אפלאזן זיין גאנצע שטאטישע דירה מיט אלע שכנים און זיך גיין וואוינען בארץ לא זרועה?

מיט דעם אלעם האט דער רבי אריינגעלייגט שווערע כוחות דערין, עד כדי כך אז ווען עס איז געקומען צו בויען דער צענטראלער שטאטישער ביהמ"ד האט דער רבי ז"ל געהייסן אז מ'זאל דאס בויען זייער זייער גרויס, כאטש וואס דאס האט געברענגט אז פילע זאלן הייבן ברעמען בשעתו, זעט מען היינט אבער דעם רבינ'ס ווייטן בליק, וויאזוי ער האט געזען דעם עתיד פון אונזער הייליגן שטאט, וואס איז געווארן פון דערפל צו א שטעטל, פון א שטעטל צו א שטאט, אזש היינט האלט עס שוין ביי א שטאט מיט גלילות'ן...

דער פסוק "ופרצת ימה וקדמה" איז זייער פאסיג אין אזא זמן. היינט צוטאג'ס וואוינען אין דעם שטאט אריבער פינף טויזענט משפחות בלעיה"ר, מיט צענדליגער בתי מדרשים און פילע מוסדות התורה, און אין צו דער זעלבע צייט גייען אן פילע פראיעקטן וואס וועט ברענגען א פלייץ פון פרישע הונדערטער דירות. אונזערע ברידער פון אנדערע געגענטער וואס קוקן ארויס צו לעבן מיט הרחבת הדעת. דאס מציאות אז קרית יואל שטייט היינט צוטאגס ביי אזא ריזיגן פארנעם איז א וואונדער ביי יעדן, וויאזוי עס האלט נאך און איין וואקסן. דאס איז זיכער בכחו ובזכותו של אותו זקן מרן רבינו הקוה"ט זי"ע וועלכער האט אויפגעשטעלט דאס שטעטל בדם לבבו, דערמיט אוועקצושטעלן א באזע פאר תורה און אידישקייט ביז משיח'ס טאג. דער געברויך פון זיין א טייל פונעם "רבינ'ס שטאט" איז גרויס, און דער לעזונג דערצו איז, אז מען שפרייט זיך אויס צו אלע ריכטונגען, ארום דעם שטאט קרית יואל.

יא יא, דער איינציגסטער לעזונג פאר דעם דירות קריזיס, די שווערע אויסגאבן פון א דירה, און נאכאלץ בלייבן ארום אין קרית יואל, איז זיך צו צושפרייטן ארום די שטאט, נעמענדיג אין באטראכט דער מאכטפולער בליה און וואוקס פון אונזער געזעלשאפט אויף אזא גאלאפירענדער פארנעם קע"ה, ווועט סוכ"ס אין צען – פופצן יאר ארום זיין די ארומיגע געגנטער 'אין הארץ פון קרית יואל', אויב וועט משיח נישט קומען פריער ח"ו.

און דאס טוט יונייטעד האדסאן ריעלטי פאר אייך, זיי צייגן אייך א רייכער און גרויסער אויסוואל פון די סעמעטענע, די שענסטע און די בעסטע וואס איז נאר דא צו באקומען אין געגנט, פאר שטוינענדע פרייזן, מיט מעלות וואס איר קענט זיך נישט אויס'חלומ'ען אין ערגעץ אנדערש.

דערפאר רבותי, כאפט ווילאנג ס'איז נאך דא...

בילד: מאסיווע פארשפרייטונג פון ביליגע און צוגענגליכע דירות איבער אפסטעיט נ.י.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל