דער געוועזענער נאציאנאלער שפיאנאזש דירעקטאר דשעימס קלעפער האט נעכטן - אין ליכט פון די טראמפ ראלי אין אריזאנע - געזאגט אז ער איז ״שטארק באזארגט״ אז דער פרעזידענט פונקציאנירט נישט געהעריג און איז אומסטאביל, ער האט געזאגט אז צוקוקנדיג צו דעם פרעזידענטס׳ס רעדע און געזיכטליכע מינעס איז ער ביי די מיינונג אז דער פרעזידענט איז נישט קיין גייסטיש געזונטע צושטאנד צו דינען אלס פרעזידענט, ער האט אויך געזאגט אז ער איז ״דערשראקן און באזארגט״ איבער די פאקט אז דער פרעזידענט האט צוטריט צו די נוקלעארע קנעפלעך. קלעפער איז א לאנגעריגער מיליטערישער און שפיאנאזש עקספערט וואס האט געדינט פאר רעפובליקאנער און דעמאקראטישע אדמיניסטראציעס.

בילד: דזשעימס קלעפער דרוקט אויס זארג איבער׳ן פרעזידענט


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל