לאנדאן – לופטפעלדער לענגאויס ענגלאנד וועלן מעגליך זען א שטארקע רעדוקציע אין די צאל פאסאזשירן, אויב די בריטישע רעגירונג וועט נאכנישט האבן אויסגעארבעט א גענויעם אוויאציע אפמאך מיט'ן אייראפעאישן פאראיין בעפאר אקטאבער יאר 18'. די ווארענונג קומט אין א באריכט וואס עקספערטן האבן צוזאמגעשטעלט אויף דער ביטע פון די אויטאריטעטן אינערהאלב די "היטרא" און "געטוויק" לופטפעלדער, וועלכע האבן געוואלט זען דעם גענויען אימפאקט וואס דער ברעקזיט וועט האבן אויף דער בריטישער אוויאציע אינדוסטריע, און וואספארא אפעקט עס וועט האבן אויב דער ברעקזיט ווערט פארשלעפט. צווישן די אומצאליגע זאכן וואס ענגלאנד און די אייראפעאישע פאראיין דארפן אויסארבעטן צווישן זיך בעפאר דער ברעקזיט גייט פאקטיש אריין אין קראפט, איז אויך וויאזוי עס וועט ארבעטן די קאאפעראציע איבער פלי–רייזעס צווישן די צוויי זייטן, וואס אויב וועט נישט זיין א שנעלע דיעל, וועט דאס פירן צו קאמפליקאציעס אז אייראפעאישע לופטליניעס וועלן נישט וועלן דורכפירן קיין רייזעס צווישן אייראפעאישע לענדער און ענגלאנד, און לויט דער שאצונג, וועט דער פאסאזשירן–פלוס אין די בריטישע לופטפעלדער פאלן מיט פערציג פראצענט אויב אן אוויאציע דיעל וועט נישט זיין ענדגילטיג אויפ'ן פריערדערמאנטן דעדליין.

בילד: בריטישע לופטפעלדער וועלן ליידן פון ברעקזיט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל