ניו יארק – א ניו יארק סיטי געריכט ארבעטער איז אנגעקלאגט געווארן אין רויבן איבער 163,000 דאלאר אין ווערד פון פעימענטס וואס מענטשן האבן אריינגעצאלט אינעם קאורט סיסטעם פאר שטראפן און פאר טיקעטס. דער פארשוין, קארלאס סאנטשעז, איז ארעסטירט געווארן דינסטאג און איז אנגעקלאגט געווארן אין גניבה קלאגעס און אויף פעלשן ביזנעס רעקארדס קלאגעס. דער 36 יאריגער סאנטשעז האט געדינט אלס געהילף אינעם סיטי קאורט אפיס, און זיין דזשאב איז געווען צו סארטירן מאני-ארדערס און קעשיערס טשעקס וואס מענטשן האבן גענוצט צו צאלן די שטראפן. ער האט צווישן יאנואר 15' און פעברואר 17' גערויבט הונדערטער טשעקס און מאני ארדערס, און האט אריינגעלייגט דאס געלט אין זיין באנק קאנטע. דער מאנהעטן דיסטריקט אטוירני האט געזאגט אז צוליב זיינע שריט זענען עטליכע מענטשן אומשולדיג ארעסטירט געווארן פאר'ן נישט באצאלן צייטליך די געלט שטראפן. סאנטשעז האט נאכ'ן ווערן ארעסטירט זיך דערקלערט נישט שולדיג און ער דארף איינלייגן 25,000 דאלאר אין בעיל פריי צו ווערן ביז צום פראצעס. עס איז נישט גענצליך קלאר וויפיל געלט אין טאטאל ער האט גערויבט.

בילד: געריכט באאמטער רויבט טיקעט צאלונגען

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל