וואשינגטאן. – עמעזאן האט מיטוואך באוויזן דורכצומאכן צוויי פון די גרעסטע פאטענציעלע שטרויכלונגען וואס זענען איר געשטאנען אין וועג, צו ענדיגן דעם 13.7 ביליאן דאלאר'דיגן מקח אפצוקויפן די האלפודס מארקעט פירמע, ווען זי האט געווינען די באשטעטיגונג פון דער אמעריקאנער רעגירונג און אויך די שעירהאלדערס פון דער האלפודס פירמע. עמעזאן האט זיך שטארק געזארגט אז די אמעריקאנער אנטי-טראסט רעגולעיטארס וועלן בלאקירן דעם אפמאך, ווייל עס צוימט דעם קאנקורענץ. למעשה האט די רעגירונג אפגעמאכט אז דער אפקויף איז נישט שלעכט פאר קאסטומערס. דאס אפקויפן האלפודס גיט פאר עמעזאן, די וועלט'ס גרעסטע אנליין ריטעילער, א שטארקע פוס אריין אין דעם 700 ביליאן דאלאר'דיגן אמעריקאנעם גראסערי מארקעט, וואס איז א הויפט שליסל פאר איר צו קענען ארויסשלעפן מער גרינסן פון די אמעריקאנער טאשן. עס גיט איר אויך 465 פיזישע סטארס וואס זי וועט קענען נוצן פאר ליפערונגען און פיק אפס. ווי פארשטענדליך האט דער מקח נישט גוט אויסגענומען ביי די גרויסע גראסערי סטארס וואס זענען שוין אזוי אויך אונטער שווערע קאנקורענץ. פון דער אנדערער זייט, פרובירן יעצט אנדערע גרויסע גראסערי פירמעס, צב"ש וואלמארט, אדער קרוגער, וועלכע פארמאגט 2,976 סופערמארקעט סטארס, אויפצובויען זייערע אנליין אפעראציעס.

בילד: עמעזאן-האלפודס אפמאך רוקט זיך פאראויס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל