וואשינגטאן – די פעדעראלע רעגירונג האט נעכטן ארויסגעגעבן א קלארערן באריכט איבער די געזונטהייט שעדיגונגען וואס די אמעריקאנער און קאנאדער דיפלאמאטן האבן אנגעהויבן ליידן ביים וויילן אין קובא, זינט אינמיטן 16'. א דאקטאר וואס האט זיי אונטערזוכט האט געזאגט אז עס קוקט אויס ווי זיי האבן געליטן א מילדע טראומאטישע מוח שעדיקונג, כאטש וואס קיינער האט זיי נישט פיזיש באקלאפט. די דיפלאמאטן האבן געליטן פון טויבקייט, קאפווייטאג, איבלענישן, און באלאנס-פראבלעמען, נאך עטליכע אינצידענטן אין האוואנא, קובא, אין ענדע 16'. מען גלויבט אז די קובאנער האבן גענוצט מאכטפולע סאניק קולות געצייגן צו שעדיגן די דיפלאמאטן, א זאך וואס האט שטארק אויפגעברויזט אמעריקע און זי האט אלס רעזולטאט ארויסגעווארפן 2 קובאנער דיפלאמאטן פון דאהי. אין די אמאליגע יארן פלעגט קובא רוטין טשעפען און רודפ'ן די אויסלענדישע דיפלאמאטן, אבער אין די לעצטע יארן איז דאס געווארן א גאר זעלטענע זאך.

בילד: מער איבער אמעריקאנער דיפלאמאטן אין קובא

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל