בילד: פערדן קראפט

די שטארקייט פון קאר מאטארן ווערט געמאסטן לויט "פערדן קראפט" (האורס פאוער).

דער קראפט-מעסטונג סיסטעם איז ערפינדן געווארן הונדערטער יארן צוריק, צו מעסטן וויפיל קוילן א פערד קען שלעפן אין א געוויסע צייט. די פארמולא איז אביסל געטוישט געווארן, אבער ביז היינט איז דער סיסטעם באזירט אויף א פארמולא אז איין פערד קען שלעפן א לאסט פון 330 פונט אויף א שטרעקע פון 100 פוס אין 1 מינוט. די זעלבע פערדן-כוח איז גענוג צו טרייבן א מאטאר פון 2,545 "בי. טי. יו." פאר 1 שעה, און נוצט אזויפיל ענערגיע וואס מ'דארף האבן דערפאר 641 קאלעריס. [נישט אלע פערדן האבן אזויפיל קראפט, רוב האבן נאר דריי-פערטל דערפון.]

געווענליכע קארס האבן א מינימום פון 120-150 פערדן קראפט, אבער די טייערע האבן אין די 200-300 שטאפלען, און די גאר טייערע קענען האבן ביז 500-700 פערדן קראפט.

באמת דארף מען נישט האבן אזויפיל פערדעלעך צו טרייבן די קארעלע. מיט בלויז 1 פערדן-קראפט קען א קאר זיין אויף א שטאטע "קרוז" פון 25 מפ"ש, אבער נאר "קרוז," נישט "ארויפציען" פון 0 ביז 25 , וואס פאדערט פילפאכיג מער קראפט, און ווער רעדט פון ארויפציען ביז 60-70 מפ"ש, גיין קעגן די ווינט, אא"וו.

די מאטאר דארף אויך צושטעלן קראפט פאר די ברעיקס, לעקטריק, עיר קאנדישאן, און אלע אנדערע מאשינען, און אלעס פארלאנגט נאך און נאך ענערגיע, ד"ה פערדן-קראפט, וועגן דעם דארף מען האבן די צוויי הונדערט פערדן שטארקייט צו טרייבן די קאר ווי עס דארף צו זיין.

בילד: פערדן קראפט


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל