בילד: Potentially unwanted programs

Potentially unwanted programs אדער ווי עס ווערט גערופן אין קורצן PUPS זענען פראגראמען וואס מען דארף נישט האבן, אדער מ'וויל עס נישט האבן, און האבן זיך אליינס אינסטאלירט אויפ'ן קאמפיוטער.

וויאזוי קומט עס אן אויפ'ן קאמפיוטער? ווען איר דאונלאוד אן אומזיסטע פראגראם פון די אינטערנעט, ווי למשל adobe reader , קען מיטקומען מיט דעם באנדל אסאך גארבעדזש וואס מען דארף נישט. עס קען זיך דאונלאודן דורך צוויי וועגן 1) דער פראגראם-דעוועלאפער האט עס אריינגעלייגט אינעם פייל, 2) די וועבסייד פון וואו מען דאונלאוד עס שיקט מען די אומגעוואונטשענע פראגראמען.

ווען עס קומט דורכ'ן צווייטן וועג איז עס געווענליך פיל ערגער, ווייל עס קען זיך דארטן געפונען נישט בלויז נוצלאזע פראגראמען וואס פארנעמט פלאץ אין קאמפיוטער, נאר אפילו שעדליכע מאטריאל וואס אין בעסטן פאל פארמאגט עס פלאג-אינס אויפ'ן בראוזער וואס האלט מיט וואו איר סוירטשט און אין ערגסטן פאל קען עס געבן צוטריט פאר שווינדלער צו אייער קאמפיוטער.

די בעסטע עצה וואס מיר קענען געבן איז: מאכט זיכער עס נישט צו אינסטאלירן אינעם ערשטן פלאץ. איינמאל עס איז שוין אין קאמפיוטער איז שוין א גאנצע קאפ-וויי פטור צו ווערן דערפון. דעריבער סיי-ווען איר ווילט דאונלאודן אן אומזיסטע פראגראם, מאכט זיכער אז עס קומט פון א פארלעסליכע וועבסייד, ווייל פון אומקראנטע וועבסיידס קומען די מערסטע פראבלעמען.

אבער אפילו פון א פארלעסליכע וועבסייד קענען די פראגראמען מיטקומען מיט'ן עצם פראגראם וואס איר ווילט דאונלאודן, ווייל דער דעוועלאפער האט עס מיטגעלייגט מיט'ן באנדל. דעריבער ווען איר אינסטאלירט דעם פראגראם קענט איר אנשטעלן אז די איבריגע גארבעדזש זאל זיך נישט אינסטאלירן.

רוב מענטשן האבן נישט קיין געדולד אפצוליינען אלע אינפארמאציע ביים אינסטאלירן א פראגראם. עס איז זייער גרינג צו דרוקן "נעקסט" און קליקן אויף די "רעקאמענדירט" אקטן. אבער אויב וויל מען זיך פארזיכערן פון די שעדליכע פראגראמען איז יא ראטזאם דורכצוליינען וואס זיי פרעגן, וואס זיי בעטן דו זאלסט 'עגריען', און אנ-טשעקן די קעסטלעך וואס געבן די הסכמה צו אינסטאלירן זייטיגע זאכן.

איינמאל עס ליגט שוין ביי אייך אין קאמפיוטער און איר ווילט פטור ווערן דערפון, בעט פון אייער טעקנישאן צו מאכן א זוכעריי אויף די PUPS אין אייער קאמפיוטער און עס אראפנעמען.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל