טעקסאס – א פעדעראלער ריכטער האט נעכטן ארויסגעווארפן א וויילער אידענטיפיקאציע געזעץ וואס טעקסאס האט דורכגעפירט, מיט דער טענה אז עס איז אומגעזעצליך. די געשיכטע גייט שוין צוריק צו יארן צוריק, ווען די רעפובליקאנער אין טעקסאס האבן איינגעפירט א שטרענגן וויילער אידענטיפיקאציע געזעץ, וואס איז באקעמפט געווארן דורך דער פעדעראלער רעגירונג, עס איז אנידערגעשטימט געווארן און איז אנגעקומען צום פעדעראלן אפעלאט געריכט, וועלכע האט געהייסן די טעקסאס געזעץ–געבער איבערמאכן דאס געזעץ. איצט האבן זיי עס איבערגעמאכט, דורך אויסברייטערן דעם אויסוואל פון אידענטיפיקאציע דאקומענטן וואס מען קען נוצן צו שטימען, אבער א פעדעראלער ריכטער האט געזאגט אז עס איז נישט גענוג, אנצייגנדיג אז טעקסאס האט איינע פון די שטרענגסטע וויילער אידענטיפיקאציע געזעצן אין אמעריקע, און אז זי האט א היסטאריע פון אנשרעקן מינאריטעט און ספאנישע וויילער, דעריבער דארף זי אויסבעסערן דאס געזעץ. דער טעקסאס אטוירני דזשענעראל האט פארשפראכן צו אפעלירן דעם אורטייל. די ליניע פון די טעקסאס געזעץ–געבער שטימט מיט דער ליניע פון פרעזידענט טראמפ, וועלכער פארלאנגט שטרענגערע וויילער אידענטיפיקאציע געזעצן אין לאנד, ווייל ער גלויבט אז דריי מיליאן וויילער האבן אומלעגאל געוויילט ביי די פארגאנגענע פרעזידענט וואלן.

בילד: דורכפאל פאר טעקסאס וויילער געזעץ

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל