די סאציאלע געוועב האט זיך איבערגעדרייט איבער הרב איתמר גינצבורג'ס ארטיקל איבער פרייזן.

די ארגינאלע ארטיקל:
וויאזוי צו פרייזן א פראדוקט\סערוויס?

דער ענטפער איז גאנץ פשוט, הגם אסאך מאל קאמפליצירט אויסצופירן.

דו דארפסט האלטן אין איין העכערן דיין פרייז ביז מענטשן הייבן אן צו זאגן ניין... לאמיר זאגן אז די פראדוצירסט א געוויסע שוך און די קאסט-פרייז איז $100 . דאס מיינט נישט אז די שוך איז ווערד $200 אדער $150 , עס איז ווערד וויפיל דו באשליסט צו בעטן דערפאר.

יעצט לאמיר זאגן אז דו בעטסט $150 און מענטשן צאלן עס, הייבסטו אן ארויפצוגיין צו $160 , דערנאך $170 ביז דו קומסט אן צו א פונקט פון ווידערשטאנד, אז מענטשן שטיפן צוריק און ווילן עס נישט קויפן. מען רעדט נישט דא פון מענטשן וואס פרובירן צו האנדלען אויף א פרייז, ווייל דאס איז אלעמאל דא, בפרט ביי אידן... אבער ווען דו זעהסט אז איינס פון יעדע 10 קאסטומערס צאלט נישט ווייל די פרייז איז צו הויעך, דעמאלטס איז די פרייז מער ווייניגער גוט, ווייל 90% צאלן יא ווייל זיי האלטן אז ס'איז אן אויסגעהאלטענע פרייז און 10% ווילן נישט צאלן ווייל פאר זיי איז עס צו טייער. דאס מיינט אז דיין פרייז איז גוט און נישט הויעך.

אדער למשל אז דו קענסט זאגן גוטע דרשות אויף א נושא. קודם פארלאנגסטו צוויי אהאלב טויזנט, די נעקסטע מאל דריי אהאלב, ביז זעקס טויזנט און ביז צען טויזנט, ביז דו הייבסט אן צו באקומען צופיל "ניין'ס" דעמאלטס ווייסטו אז דו ביזט פונקט גוט. דו וועסט זיין איבערראשט וויפיל מענטשן זענען גרייט צו צאלן.

כמעט יעדער איז ווערד מער געלט וויפיל מען בעט, מען דארף נאר זיין באקוועם עס צו בעטן, און דו וועסט זעהן אז דו ביזט ווערד סך מער.

און די ענטפער איבער די הערות:



בילד: איתמר גינצבורג

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל