וואשינגטאן – בעפאר טראמפ'ס ראלי דינסטאג נאכט אין אריזאנע, האט מען געגלייבט אז דער פרעזידענט וועט מעלדן אז ער פארדאנירט שעריף דזשאו ארפייא, דער קאנטראווערסיאלער געוועזענער שעריף וועלכער איז אנגעקלאגט געווארן מיט קלאגעס פאר'ן נישט אויספאלגן א געריכטליכע פארארדענונג איבער אימיגראציע. דאס ווייסע הויז האט דינסטאג אינמיטן טאג געזאגט אז דער פרעזידענט וועט נישט מעלדן קיין פארדאן פאר ארפייא ביי די ראלי, אבער ביי זיין רעדע, האט טראמפ געלאזט הערן אז ער גייט אפשר יא פארדאנירן, זאגנדיג, "איך וועל זאגן עפעס פאראויס. ער גייט זיין אקעי, אבער מיר וועלן עס נישט טאן היינט נאכט, ווייל איך וויל נישט שאפן קאנטראווערסיע". למעשה האט מען נעכטן געהערט אז לעגאלע עקספערטן האבן געזאגט פאר טראמפ אז ער זאל צואווארטן ביז ארפייא ווערט פאקטיש פאראורטיילט און באשטראפט פאר זיינע מיסברויכן, האבנדיג איגנארירט א געריכט אורטייל איבער אימיגראציע, און ערשט דערנאך זאל טראמפ אים פארדאנירן. באריכטן צייגן אז עס ליגן שוין די פארטיגע פאפירן פאר א פארדאן פאר ארפייא אין ווייסן הויז, און עס ווארט נאר אויף טראמפ'ס אונטערשריפט.

בילד: פארדאן פאר דזשאו ארפייא איז גרייט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל