וואשינגטאן – שפעקולאציעס דרייען זיך ארום אז פרעזידענט טראמפ'ס יו-ען אמבאסאדאר, ניקי העילי, קלערט צו לויפן פאר פרעזידענט קעגן אים אין יאר 020'. די פאזיציע וואס זי האט באקומען איז רוב מאל א שוואכע פאזיציע מיט ווייניג מאכט, אבער העילי האט באוויזן זיך ארויפצוארבעטן אלס די סאמע העכסטע אמעריקאנער פיגור ווען עס קומט צו קריטישע אויסערן פאליטיק, און הויפטזעכטליך איז ארויסגעהויבן געווארן אז זי האט באוויזן צו פאראייניגן רוסלאנד און כינע צו באשטעטיגן נייע סאנקציעס קעגן צפון קארעא — א פרעצעדענטלאזער סוקסעס וואס אלע עקספערטן זאגן קלאר אז אדאנק העילי'ס ארבעט איז דאס צושטאנד געקומען. העילי האט שוין עטליכע מאל געקלערט צו לויפן פאר פרעזידענט, און בעפאר זי האט זיך אנגעשלאסן אין דער טראמפ אדמיניסטראציע, האט זי אפן קריטיקירט קאנדידאט טראמפ. נאענטע צו העילי זאגן אז זיי לייקענען נישט אז זי קלערט פון לויפן אין 024', אבער נישט קעגן טראמפ אין 020'.

בילד: וועט ניקי העילי לויפן פאר פרעזידענט?

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל