בילד: מערקווירדיגער געריכט אורטייל ארום זמן מעריב

ניו יארק – אן אורטייל פון א ריכטער אין די קינגס קאונטי סופרים קאורט אין ניו יארק סיטי, האט ארויסגערופן גרויס אינטערעסע, וויבאלד דער ריכטער האט דיסקוסירט איבער ווען ס'איז עכט דער זמן מעריב, צי מען נעמט אן שיטת הגאונים אדער שיטת רבינו תם. דער קעיס האט זיך גערעדט פון א איד ביים נאמען שלמה קאשיצקי, וועלכער האט באקומען א "סאמענס" פון דער "סיגניטשור באנק" אום נאוועמבער 26 יאר 16', גענוי 5:30 נאכמיטאג, און דער איד טענה'ט אז ער האט דעם סאמענס קיינמאל נישט באקומען, ווייל די באנק זאגט פאלש אז זיי האבן דאס איבערגעגעבן פאר עמיצן ביים נאמען "דזשעין קאשיצקי", וואס שלמה האט אפילו נישט אזא פאמיליע מיטגליד. שלמה זאגט נאך מער, אז היות יענער טאג איז געווען שבת, וואלט ער נישט געקענט אקצעפטירן דעם "סאמענס". ווי שלמה זאגט איז יענעם שבת געווארן מוצאי אום 5:43, וואס איז מיט כמעט 15 מינוט שפעטער ווי די באנק זאגט אז זיי האבן כלומר'שט געברענגט דעם סאמענס. דא קומט ריכטער דזשאני לי בעינס אריין און ער דיסקוסירט דעם פאקט אז ס'איז דא איין פריערדיגער זמן, וואס לויט זיי וואלט זיך שוין שבת שוין געהאט געענדיגט 5:15, גענוג צייט פאר שלמה'ן איבערצונעמען דעם סאמענס, און דער ריכטער פירט אויס אז עס איז נישט זיין ארט צו אורטיילן וועלכע פון די זמנים און שיטות זענען ריכטיג, נאר אויב שלמה זאגט אז ער האלט זיך צו שיטת רבינו תם, דאן האט ער רעכט צו טענה'ן קעגן דעם סאמענס, און די טענות פון דער באנק, אז שלמה האט איגנארירט דעם סאמענס, איז ארויסגעווארפן.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל