אוקריינע – מיט צער האט מען אויפגענומען די נייעס איבער'ן חילול בית החיים וואס האט פאסירט אין דער שטאט סוואליעווע, אוקראַינע, וואו עטליכע מצבות זענען אומגעווארפן און צעבראכן געווארן דורך גוי'אישע וואנדאלן, ובפרט איז ליידער פארשוועכט געווארן די מצבה פון הגה"צ רבי שלום גאלדענבערג זצ"ל אבדק"ק סוואליווע, ובעמח"ס דברי שלום. סוואליווע איז געווען א גרויסע אידישע שטאט, וואו עס האבן באשיינט דאס רבנות-פאסטן גדולי ישראל לדורותיהם, צווישן די מערסט באקאנטע איז הגה"ק רבי יצחק אייזיק ווייס זצ"ל אבדק"ק סוואליווע בעל בית יצחק, וועלכער איז שפעטער אויפגענומען געווארן אלס ראב"ד אין מונקאטש. אצינד אין רעאקציע צו די וואנדאליזם, האט דער רב אין דער געגנט, הרב מנחם מענדל ווילהעלם שליט"א, זיך געוואנדן צו די אינסטאנצן מיט א פאדערונג אז מ'זאל אויספארשן דעם אינצידענט, און זען וואס מ'קען טון אויף ווייטער אפצוהיטן דעם בית החיים און פארמיידן אזעלכע סארט אינצידענטן פון זיך איבערשפילן.
הוסף רשומת תגובה