אפריקע – אנגאלע איז א קליין לאנד אין אפריקע, וואס סתם אזוי קימערט זיך נישט דערמיט דער דורכשניטליכער מענטש, וויבאלד עס איז א לאנד וואס האט נישט קיין שום אימפאקט אויף וועלט פאליטיק און געשעענישן. אבער פארט האט דארטן פאסירט א זאך וואס האט באקומען גרויס דעקונג אין די לעצטע צוויי טעג, און דאס איז דער פאקט אז דער ארטיגער פרעזידענט, האזעי עדוארדא דאו סענטאס, האט אפגעטרעטן פון מאכט נאכ'ן פירן אנגאלע פאר 38 יאר. דאו סענטאס איז געקומען צו דער מאכט אין יאר 979', און עס איז אנגעצייגט געווארן אז אין יענע יארן איז אנגאלע געווען א קאמוניסטיש לאנד, פארמישט אינעם קאלטן קריג צווישן אמעריקע און די סאוויעטן, און דער דאו סענטאס האט איבערגעלעבט די אלע קאלטע קריג פיגורן, ווי דער רוסישער גארבאטשאוו און דער אמעריקאנער ראנעלד רעיגען, און ער איז פארבליבן ביי דער מאכט 38 יאר, ווען עס איז קיינמאל ניטאמאל אפגעהאלטן געווארן וואלן. דער ניי-ערוויילטער פרעזידענט איז פון דאו סענטאס' פארטיי, און ער וועט פארבלייבן מיט אסאך אומאפיציעלע מאכט, אבער פארט איז עס אינטערעסאנט אז נאך אן אפריקאנער אומאפיציעלער דיקטאטור האט באשלאסן אפצוטרעטן פון אמט.

בילד: ערנסטע מאכט טויש אין אנגאלע, אפריקע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל