סיריע – אפילו די באציאונגען צווישן די פאראייניגטע שטאטן און רוסלאנד זענען זייער אנגעצויגן און זויער, איז פארהאן איין פלאץ וואו די צוויי לענדער קאאפערירן אזוי גוט און געשמאק איינער מיט'ן צווייטן, ווי גלייך זיי וואלטן געווען אליאירטע אויף איין זייט — און דער פלאץ איז סיריע. א "רויטערס" באריכט, וואס איז נעכטן ערשינען, דעטאליזירט די מיליטערישע קאאפעראציע צווישן אמעריקע און רוסלאנד העכער סיריע, וועלכע איז קאנצענטרירט ארום א "צעטיילונג ליניע" וואס לויפט דורך אינעם יופערעיטיס טייך (נהר פרת), וואס ס'איז באשלאסן געווארן אז אויף איין זייט וועלן נאר אמעריקאנער פליגערס פליען, און אויף דער צווייטער זייט, נאר רוסישע פליגערס. די קאאפעראציע און נאכאנאנדע מיטטיילונג פון אינפארמאציע איבער געפלאנטע פלי מיסיעס, קומט פאר דורך א ספעציעלן האטליין וואס פארבינדט אן אמעריקאנער אפעראציע צענטער צו א רוסישע אפעראציע צענטער, און די קאאפעראציע איז אזוי אפט און רוטין, אז עס קומען פאר א דורכשניט פון 10 ביז 12 געשפרעכן טעגליך דורך דעם האטליין.

בילד: האטליין צווישן רוסישע און אמעריקאנער מיליטערן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל