אמסטערדאם – די רעגירונג אין האלאנד האט נעכטן באוויזן אפצושטעלן א פאטענציעל-טויטליכע טעראר אטאקע פלאן, נאכדעם וואס זיי האבן אפגעשאפן א געפלאנטע פארזאמלונג אין דער שטאט ראטערדאם, ווייל זיי האבן באקומען אינפארמאציע איבער א טעראר אטאקע וואס איז אונטערוועגנס. האלאנדישע באאמטע זאגן אז די ווארענונג איז געקומען פון דער רעגירונג אין שפאניע, וועלכע האט געווארנט האלאנד אז א שפאנישער בירגער געפינט זיך אין האלענדישע גרעניצן און האט א פלאן דורכצופירן א באלדיגע אטאקע – אבער אויטאריטעטן פון ביידע לענדער האבן געזאגט אז דער שפאנישער בירגער, וועלכער האט פלאנירט די האלאנד אטאקע, האט נישט געהאט קיין שום שייכות מיט דער טעראר אטאקע וואס האט פאסירט פונקט א וואך צוריק אין בארצעלאנא, שפאניע. פאליציי אין ראטערדאם האבן טאקע שפעטער ארעסטירט א פארשוין וועלכער האט געדרייווט א ווען מיט שפאנישע לייסענס פלעיטס, און אינעם ווען זענען געלעגן עטליכע קאנעס גאזאלין, ווארשיינליך גענוצט צו ווערן אין דער אטאקע.

בילד: האלאנד שטעלט אפ טעראר אטאקע פלאן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל