אריזאנע — נעכטן איבער'ן טאג האט מען געהערט רעאקציעס איבער'ן גאנצן לאנד, צו פרעזידענט טראמפ'ס רעדע דינסטאג נאכט אין פיניקס, אריזאנע, נאכדעם וואס דער פרעזידענט האט אויסגענוצט א גרויסע פראצענט פון דער רעדע אראפצורייסן די אלגעמיינע מידיא, און צו אטאקירן די צוויי רעפובליקאנער אריזאנע סענאטארן, סענאטאר דזשאן מעקעין און סענאטאר דזשעף פלעיק, וועלכע זענען באקאנט אלס אפענע קריטיקירער פונעם פרעזידענט.

ביי זיין רעדע, פארנט פון טויזנטער פארזאמלטע שטיצער, האט טראמפ זיך פארטיידיגט קעגן די אטאקעס אז ער האט נישט גענוג שארף פארדאמט די נעא-נאציס וועלכע האבן מארשירט אין שארלוטסוויל מיט צוויי וואכן צוריק. טראמפ האט אנגעמערקט, אז אין זיין רעאקציע צו שארלוטסוויל האט ער געזאגט אז "ראסיזם איז שלעכט", און אז די מידיא האט עס נישט געדעקט. "איר ווייסט פארוואס? ווייל זיי זענען פאלשע און פארפירערישע פארשוינען!"

א הויפט פונקט פון זיין רעדע, וועלכע האט געברענגט א רעאקציע פון דער רעפובליקאנער פארטיי, איז געווען דאס וואס ער האט געסטראשעט אז ער קען באשטיין איינצושטעלן א רעגירונג שאטדאון, אויב וועט קאנגרעס נישט אריינשטעלן געלטער פאר דער גרעניץ וואנט אינעם בודזשעט צו האלטן די רעגירונג אפן. צווישן די וועלכע האבן רעאגירט, איז געווען קאנגרעס ספיקער רייען, וועלכער האט געזאגט אז "קיינער זוכט אוודאי נישט קיין שאטדאון".

אינדרויסן פונעם טראמפ ראלי אין אריזאנע, האבן זיך געהאט פארזאמלט הונדערטער פראטעסטירער, וועמען טראמפ האט ערווענט אינמיטן זיין רעדע, זאגנדיג אז מען האט געהאט געזאגט אז עס גייען זיין מאסן פראטעסטירער און למעשה זענען קוים מענטשן געקומען פראטעסטירן. די פאליציי האט געזאגט אז געשלעגן האבן אויסגעבראכן צווישן די פראטעסטירער און טראמפ שטיצער, פירנדיג צום באנוץ פון טרערן גאז צו פארטרייבן אלע פארזאמלטע פראטעסטירער.

בילד: טראמפ'ס אריזאנע רעדע ברענגט רעאקציעס איבער'ן לאנד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל