ניו יארק – א רייע בליצן האבן באטראפן דעם מאסיוון אייזערנעם טורעם אויפ'ן דאך פון דער פרידאם טאוער געביידע אין מאנהעטן, 12 מאל דורכאויס א שטארקן דונער-שטורעם, דינסטאג נאכט און מיטוואך פארטאגס. 'עס איז געווען עפעס מורא'דיג צו באטראכטן,' האט געזאגט מעקס דזשיליאני, א פאטאגראפירער וועלכער ספעציאליזירט זיך אין כאפן בילדער פון בליצן און ער האט געכאפט א סעריע בילדער פון די בליצן אויפן פרידאם טאוער שפיץ. ער האט זיך גוט צוגעגרייט צו כאפן די בילדער, וויסנדיג אז עס פאסירט אפט אז ביי שטורעמס ווערט דער טורעם אויפ'ן ווארלד טרעיד סענטער באטראפן פון דונערן, און ער האט אראפגעשטעלט זיינע קאמערא געצייגן אינעם האדסאן ריווער פארק, כדי צו קענען כאפן די בילדער. ער זאגט אז ער האט שוין פיל מאל געכאפט בילדער פון דונערן וואס האבן באטראפן די ווארלד טרעיד סענטער געביידע, אבער זעלטן ווען איז עס באטראפן געווארן מער ווי 4 מאל נאכאנאנד. די באאמטע האבן נישט געהאט קיין גענויע ציפערן איבער וויפיל מאל דער ווארלד טרעיד סענטער שטאנג ווערט יערליך באטראפן פון דונערן, אבער באאמטע ביים עמפייער סטעיט בילדינג האבן געזאגט אז איר אנטענא ווערט באטראפן 20-25 מאל יערליך.

בילד: 12 בליצן אויפ'ן שפיץ פון פרידאם טאוער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל