אהייא – די הויפט ווארענונג בעפאר מ'האט געזען די היסטארישע ליקוי חמה מיט א וואך צוריק, איז געווען אז מ'טאר נישט קוקן דירעקט אויף דער זון, נאר מ'זאל באשיצן די אויגן, דורכ'ן זיך אנטאן די ספעציעלע "ליקוי חמה ברילן". שטעלט זיך ארויס אז געוויסע האבן גענומען די ווארענונג אויף א מאדנעם פארנעם, און האבן גאר גענוצט זון-שמירעכץ צו באשיצן די אויגן! זון-שמירעכץ איז נארמאל געמאכט אנצושמירן אויף די הויט, צו באשיצן זיך פון ווערן פארברענט פון די זון שטראלן, אבער א באריכט פון א לאקאלער נייעס אגענטור אין קאלאמבוס, אהייא, צייגט, אז ארטיגע דאקטוירים האבן געהאט אמווייניגסטנס דרייסיג עמורדזשענסי פעלער פארלאפענעם מאנטאג נאכמיטאג, ווען מענטשן זענען געקומען צו לויפן אז זייערע אויגן ציפט געפערליך, היות זיי האבן אריינגעריבן זון-שמירעכץ אין די אויגן אריין. ווען מ'האט זיי געפרעגט פארוואס זיי האבן עס געטאן, האבן זיי געענטפערט אז וויסנדיג ווי זון-שמירעכץ איז געמאכט צו באשיצן פון די זון, האבן זיי געקלערט, נישט האבנדיג קיין ליקוי חמה ברילן, אז זיי וועלן אזוי באשיצן די אויגן דורכ'ן אריינשמירן אביסעלע זון-שמירעכץ אין די אויגן אריין...

בילד: זון-שמירעכץ אין די אויגן?

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל