באָראָ פּאַרק, ברוקלין - עלטערן זענען טויט און זייער יונגע טאָכטער איז האספיטאליזירט נאָך וואס אַ שנעל-לויפענדע פייער האט אויסגעבראכן אין אַ באָראָ פּאַרק היים מאנטאג פארטאגטס, לויט די פייער און פּאָליציי באאמטע.

א דריי-אלארם פייער אויף די 44'סטע סטריט, נעבן די 12'טע עוועניו, איז באריכטעט געווארן אום 3:47 פארטאגס, האט די פּאָליציי געזאגט.

די מאן, ר' חיים אלעזר שלום (ב"ר טוביה גדליה) גליק, 61 יאהר אלט, און זיין פרוי, מרס חוה פייגא גליק (ב"ר לאעפלער), 59 יאהר אלט, און זייער טאָכטער זענען טראַנספּאָרטירט געווארן צו די שפּיטאָל, לויט צו פייערלעשער אויף די סצענע. ביידע עלטערן זענען שפּעטער דערקלערט געווארן טויט. זייער 17-יעריגע טאָכטער חנה בלייבט דערווייל אין מאַימאָנידעס שפּיטאָל נאכן אריינאטעמען רויך, האָט די פּאָליציי געזאָגט. ביטע זאגן תהילים פאר חנה בת חוה פייגא.

א פייערלעשער איז אויך טראַנספּאָרטאירט געווארן צו די שפּיטאָל, זעהט אויס לויט ווידעא פון די סצענע. ער איז געווען זיצעדיג און ארויס אויסגעקוקט ביי-זיך ווען ער איז געווען טראַנספּאָרטירט געווארן צו אַן אַמבולאַנס אויף אַ בעטל.

בילד: פארפאלק נפטר רח"ל, מיידל האספיטאליזירט פון ברוקלין פייער






קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל