א "יעזורו" ליינער האט אריינגעשיקט א בקשה אז איך זאל רעדן וועגן דעם לאטערי. היות ס'איז געווען פאריגע וואך א ריזיגע לאטערי-פרייז, וויל ער וויסן אויב עס לוינט זיך צו קויפן אדער נישט. עס איז טאקע א גוטע געדאנק פאר א טיפ, וועל איך שרייבן א ווארט וועגן דעם.

ווען א מענטש קויפן א לאטערי טיקעט, וואס קויפט ער? אודאי באקומט ער א שאנס צו געווינען שווערע מיליאנען, אבער באמת וואס ער קויפט איז א "חלום". דער סלאגאן פון די לאטערי-פירמע פלעגט אמאל זיין, "אלעס וואס איר דארפט איז א דאלאר און א חלום"...

א מענטש קויפט א לאטערי-טיקעט אלס אינוועסמענט, ווייל ער רעכט אז ער גייט געווינען, נארט זיך. די שאנסן זענען צו קליין אז פון א ביזנעס-חשבון זאל עס זיך לוינען. וואס דען? ווען מען קויפט א לאטערי, ווייסט מען קלאר אז די דאלאר גייט גאנץ זיכער גיין לאיבוד, און דעריבער שפירט מען נישט שלעכט ווען מען האט נישט געוואונען, ווייל מען האט עס געקויפט מיט'ן חשבון אז מען גייט נישט געווינען. וואס מען קויפט פאר די דאלאר איז די רעכט צו קענען אביסל געשמאק פאנטאזירן וואס מען וואלט געטון אויב מען וואלט געוואונען די לאטערי.

אין קורצן, אויב דו פרעגסט צו ס'איז א גוטע אינוועסמענט? ניין, ס'איז נישט קיין אויסגעהאלטענע אינוועסמענט, אבער אויב דו ווילסט שפירן דעם גוטן טעם פון אויס'דמיון'ען ווי דו געווינסט, האסטו עס געקויפט פאר גאנץ ביליג... און למעשה איז דאך דא א מעגליכקייט צו געווינען און א מענטש מעג טון פעולות – כאטש נישט צו אפט, אבער אמאל אמאל – אלס השתדלות, און מען קען דאך מיט געלט טון מצות ומעשים טובים, און זאל ער קויפן געזונטערהייט.

בילד: איתמר גינצבורג: זאל איך קויפן א לאטערי טיקעט?

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל