שרייבנדיג די שורות פאלט נאך אלס רעגן און די וואסער שטייגט, און צענדליגע טויזנטער איינוואוינער פון טעקסאס ווערן געצווינגען צו פארלאזן די הייזער צוליב די שווערע רעגנס און פארפלייצונג וואס האריקעין הארווי האט געברענגט מיט זיך אויף פילע שטעט אין טעקסאס. די שווערסטע האט די האריקעין באטראפן די שטאט יוסטען און פילע געגענטער זענען גענצליך באדעקט מיט וואסער וואס האט פארשוועמט די הייזער און אלעס ארום. די פארפלייצונגען האבן אויך געשעדיגט ארומיגע שטעט, און קומט אויך אן קיין לואיזיאנע.

די רעגנס זענען אנגעפאלן אלס קאטעגאריע 1 שטורעם אינעם קליינעם שטאט ראקפארט, אבער זונטאג זענען די פארפלייצונגען שוין אנגעקומען קיין יוסטען וועלכע איז די פערט-גרעסטע שטאט אין אמעריקע, און איז געדעכט באוואוינט. די פארפלייצונגען טוען פארקריפלן די שטאט און ברענגען שווערע שאדנס פאר די עקאנאמיע. אין די לעצטע צוויי טאג איז געפאלן ארום 32 אינטשעס פון רעגן, מער וויפיל עס רעגנט נארמאל איבער א גאנצע יאר, און עס האט געברענגט אן איבערפלוס פונעם ים און טייכן. די רעגנס זענען ערווארטעט צו אנהאלטן ביז פרייטאג און קען ברענגען ארום 50 אינטשעס אין געוויסע געגענט, וואס באדייט אומגעהויערע שאדנס פאר די גאנצע ראיאן, און פאר טיילן פון לואיזיאנע און מיסיסיפי.

די רעטונג ארבייט גייט אן אין פולן שוואונג, פאליציי פארן ארום איבער די געגענטער מיט שיפלן און העליקאפטערס צו ראטעווען געשטראנדעטע איינוואוינער און האבן אויך גערופן פריוואטע איינוואוינער וואס האבן הויכע קארס וואס קענען אויסשטיין וואסער צו ארויסהעלפן מיט די רעטונג ארבייט. די רעטונג ארבייטער האבן דערווייל געראטעוועט ארום 6000 מענטשן וואס זענען געווען געשטראנדעט אין די פארפלייצונג, און די רופן האלטן אן און ווערן מער און מער.

די רעטונג אגענטורן גרייטן אן גרויסע ״שעלטערס״ פאר די טויזנטער פאמיליעס וואס האבן נישט וואו צו גיין, און די שטאט האט געמאלדן אז זיי רישן זיך אז איבער דרייסיג טויזנט פאמיליעס וועלן דארפן פלאצירט ווערן דורך די רעגירונג אין היימלאזע שעלטערס, ספעציעל אין די קומענדיגע טעג ווען די רעגנס זענען ערווארטעט צו פארשטערקערט ווערן.

בילד: שטעט אונטער וואסער: מאנסטערישע פארפלייצונגען אין טעקסאס

בילד: שטעט אונטער וואסער: מאנסטערישע פארפלייצונגען אין טעקסאס

בילד: שטעט אונטער וואסער: מאנסטערישע פארפלייצונגען אין טעקסאס

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל