די איראקער קרעפטן האבן באוויזן צו אפהאלטן נאך א באדייטנדע זיג איבער די אייסיס טעראר גרופע ווען זיי האבן איבערגענומען דעם שטאט תל עפר וואס געפונט זיך נעבן מאסול און האט זיך געפונען אונטער אייסיס קאנטראל. תל עפר איז א היסטארישע שטאט וואס איז פון די לעצטע שטעט וואס האבן זיך נאך געפונען אונטער קאנטראל פון די טעראריסטן. אצינד טוען די איראקער קרעפטן זיך קאנצעטרירן אויף די ארומיגע דערפער ווי אייסיס האלט נאך אן די קאמפן. די שטאט איז איבערגענומען געווארן אן קיין ערנסטע ווידערשטאנד און עקספערטן שאצן אז די מערהייט קעמפער טוען זיך אויסבאהאלטן און וועלן פירן א גורילע קאמפ מיט די איראקער זעלנער אין א שפעטערדיגע געלעגנהייט.

בילד: איראקער קרעפטן האלטן אפ נאך א זיג איבער אייסיס

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל