די לעצטע שטרייט צווישן די פארהאנדלער אין די ברעקזיט פראצעדור איז איבער די ״ספיד״ פון די פארהנדלונגען, אין די צייט וואס די אייראפעישע פאראיין וויל אנקומען צו א פערטיגע אפמאך ווי שנעלער ווילן אבער די ענגלישע אויסציען די פארהאנדלונגען וואס לענגער מעגליך. די פרישע רונדע פון געשפרעכן האט זיך היינט אנגעהויבן אין בריסל צווישן דעם פארשטייער פון אייראפע מייקל בארניער און דער בריטישער פארשטייער דעיוויד דעוויס.
אזוי אויך איז דא א מיינונגס פארשידנהייט איבער וואס די פארהנדלונגען זאלן זיין קאנצעטרירט, אין די צייט וואס די בריטישע ווילן רעדן איבער די ״פאוסט-ברעקזיט״ עפאכע און שליסן נייע האנדלס אפמאכן מיט אייראפע וועלכע זאלן שענקן סטאביליטעט פאר די בריטישע מארקעט, זענען אבער די אייראפעיר פארעקשנ׳ט צו פארהאנדלן קודם אויף די טעכנישע טערמינען פון די ברעקזיט, איבער די רעכטן פון אייראפעישע בירגער אין בריטאניע, איבער לעגאלע טערמינען, און איבער די ריזיגע געלט שטראף וואס זיי פארלאנגען פון בריטאניע.
דער אייראפעישע פאראיין זאגט אז ווילאנג בריטאניע טוט נישט אויסקלארן אירע לעגאלע פארפליכטונגען, און טוט נישט אוועקנעמען אלע אומקלארקייטן וועלכע שטייען אין וועג, וועט אייראפע נישט אונטערשרייבן א פרישע האנדלט אפמאך, און בריטאניע זוכט צו אפשטופן די טעכנישע טייל אויף א שפעטערדיגע שטאפל און אזוי ארום אפשטופן די פאקטישע פראצעדור פונעם ברעקזיט.
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה