דער פרעזידענט האט דעם שבת אפיציעל פראדאנירט דעם געוועזנער שעריף פון מאריקאפע קאונטי אין אריזאנע נאכדעם וואס ער איז באשולדיגט געווארן דורכ׳ן געריכט אין נישט פאלגן א געריכטליכע אורטייל וועלכע האט אים נישט ערלויבט צו דורכפירט אבלאוועס וועלכע האבן געצילט לאטין-אמעריקאנער און זענען געזען געווארן דורכ׳ן געריכט אלס ראסיסטיש, דער פארדאן איז אויפגענומען געווארן מיט פרייד דורך פילע און מיט גרויס קריטיק און פארדרוס דורך פילע דעמאקראטן און רעפובליקאנער וועלכע האבן אנגעוויזן אז דער שעריף האט קיינמאל נישט אויסגעדריקט קיין חרטה אויף זיינע אומגעזעצליכע אקטן און די געריכטליכע אורטייל איז בלויז אויף א קליינע טייל פון זיינע אומצאליגע ברוטאליטעטן קעגן די ארעטסטאנטן אין זיין קאונטי.

ארפייא וועלכער איז באקאנט מיט זיין שטיינערנע הארץ האט לאנגע יארן געפייניגט אימיגראנטן ביז צום טויט, עס זענען געווען פילע פעלער וואס ער האט צוריקגעהאלטן קריטישע מעדיצינישע הילף פון ארעסטאנטן ביז זיי זענען אויסגעגאנגען, און אזוי אויך האט ער זיי געשפייזט מיט אלטע און אומגעזונטע שפייז וואס האט געברענגט צו פילע פון זיי צו אנטוויקלן קראנקהייטן. ער האט געהאט א סאדיסטישע הנאה פון דורכפירן ״מארשן״ אין וועלכע ער האט פארשעמט זיינע ארעסטאנטן דורך די שטאט. און זיי געמאכט שווער ארבייטן אונטער די זון, און דאן זיי געלאזט נעכטיגן פילע מאל אונטער די פרייע הימל אין שטיקעדיג הייסע נעכט. ער האט פארענטפערט זיינע גרוילטאטן מיט׳ן אויסרייד אז עס נידערט פארברעכן, אבער די ציפערן צייגן אז אייגנטליך איז די פארברעכן ראטע אין זיין קאונטי שטארק געשטיגן אונטער זיין זייגער.

פרעזידענט טראמפ האט מיט דעם פראדאן געשאנקן א טובה פאר זיינער א בוזעם פריינט, דער פרעזידענט האט אלעמאל געשעצט דעם ברוטאלן שעריף און אים אויסגעלויבט פילע מאל אין זיינע קאמפיין רעדעס, און די צוויי זענען געווען פון די פירער פון די ״בירטער באוועגונג״ וועלכע האבן פארשפרייט די קאנספיראציע אז פרעזידענט אבאמא איז נישט קיין אמעריקאנער געבוירענער נאר איז א בירגער פון קעניע.

לויט די פארשריפטן פון די יוסטיץ דעפארטמענט ווערט א פרעזידענטליכע פארדאן געווענליך גענוצט אין פאל וואס די שטראף איז צו הארב און האט א הומאניטארישע עפעקט אויף דעם באטראפענעם אדער די פאמיליע, אדער ווען ווען דער באשולדיגטער צייגט חרטה געפילן און איז גרייט צו טוישן זיינע וועגן. אבער אין דעם פאל איז דער שעריף געווען שטאלץ מיט זיינע ראסיסטישע פארברעכנס, און האט נאך אפילו נישט באקומען צוגעטיילט זיין טורמע טערמין, א זאך וואס מאכט דעם פראדאן פרעצדענטלאז.

די באשלוס איז געקומען אונטער קריטיק פון ביידע אריזאנע סענאטארן דשעף פלעיק און דשאן מ׳קעין וועלכער האט געזאגט אז ״ארפייא האט זיך אלעמאל געהאלטן העכער׳ן געזעץ און קיינמאל נישט אויסגעדריקט חרטה אויף זיינע שריט״ און דעריבער איז די פארדאן א קלאפ פאר׳ן יורידישן סיסטעם, אזוי אויך האט דער ספיקער פאול רייען געזאגט אז דער פארדאן טוט אונטערמינעווען די מאכט פונעם יוסטיץ סיסטעם. 

בילד: פרעזידענט טראמפ פארדאנירט זיין פריינט שעריף דשאו ארפייא פון אריזאנע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל