די שווערע פארפלייצונגען אין טעקסאס זענען באצייכנט געווארן אלס וויכטיגע ״טעסט״ פאר די טראמפ אדמינסטראציע, און איז די ערשטע נאציאנאלע קאטעסטראפע מיט וועלכע די פעדעראלע רעגירונג דארף זיך ספראווען. און די אדמינסטראציע איז געווען אנטשלאסן נישט צו נאכגיין די ביישפיל פון די שלימזל׳דיגע האנדלונג פון די בוש אדמיניסטראציע ווען עס איז געקומען צו האריקעין קאטרינע אין ניו ארליענס, נאר ענדערש די שטארקע פירערשאפט סטיל וואס אבאמא האט געצייגט מיט האריקעין סענדי.

דער פרעזידענט האט נאך פאר די שטורעם איז אנגעפאלן באשטעטיגט א ״נאציאנאלע דיזעסטאר״ פראטאקאל וואס ערלויבן פאר די ״פימ״א״ אגענטור צו צוטיילן ביליאנען דאלער אין פאנדן, און אזוי אויך האט די אגענטור אראפגעשיקט 5000 אגענטן וועלכע ארבייטן אינאיינעם מיט 3000 זעלנער פון די טעקסאס נאציאנאלע גווארדיע און די לאקאלע פאליציי און פייערלעשער, דער פרעזידעט איז ערווארטעט צו באזוכן טייל פון די פארפלייצטע ראיאן מארגן דינסטאג.

עס האבן זיך געהערט קריטיק פון די דעמאקראטן איבער דעם וואס דער פרעזידענט האט אין די לעצטע טעג אנגעהאלטן מיט זיינע פאליטישע און קריגערישע טוויטס אין צייט פון נאציאנאלע קריזיס, ספעציעל איבער דעם וואס ער האט פארדאנירט דעם שעריף דשאו ארפייא אין אזא צייט, און פילע האבן באשולדיגט אז ער האט דירעקט אויסגענוצט די צייט וואס די פרעסע איז פארנומען מיט יוסטען צו דורכפירן דעם אקט.

דער פרעזידענט וועט דארפן אצינד באקומען באשטעטיגונג פון דעמאקראטן צו באשטעטיגן די פינאנציעלע קאסטן וואס די פעדעראלע רעגירונג וועט צוטיילן פאר טעקסאס זיך צו ערהוילן, דאס הילפס פעקל וועט ווארשיינליך ארייננעמען פילע ביליאנען, און דער פרעזידעט וועט דארפן אנקומען צו די דעמאקראטישע צושטימונג. אבער די דעמאקראטן האבן שוין געזאגט אז זיי וועלן נישט נאכגיין די טריט פון די רעפובליקאנער וואס האבן אויסגענוצט אזעלכע פארלאנגען פון פרעזידענט אבאמא זיי צו נאכגעבן געוויסע פארלאנגען.

בילד: פעדעראלע רעגירונג רעאגירט צו נאטורליכע קאטעסטראפע אין טעקסאס

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל