פרעזידענט טראמפ האט דורכאויס זיין וואל קאמפיין נאכאנאנד אפגעלייקט סיי וועלכע פארבינדונגען צו מאסקווע און געזאגט אז ער האט נישט קיין שום ביזנעס אין מאסקווע, אבער ווי עס שטעלט זיך ארויס האט ער שטארק פרובירט צו האבן ביזנעס אין מאסקווע. לויט פרישע אינפארמאציע וואס די טראמפ ארגאניזאציע האט איבערגעגעבן פאר קאנגרעס און ווערט אויפגעדעקט פאר די ״וואשינגטאן פאוסט״ האט די טראמפ ארגאניזאציע שווער געארבעט אויף א פלאן צו בויען א ״טראמפ טורעם״ אין מאסקווע, און געזוכט דערצו די הילף פון די פוטין רעזשים. איינע פון די דאקומענטן צייגט אז אין לויף פונעם קאמפיין איז דער אדוואקאט פון טראמפ מייקעל קאהן געשטאנען אין פארבינדונג מיט׳ן ווארטזאגער פון וולאדימיר פוטין און געזוכט זיין הילף מיט׳ן באשטעטיגן דעם פלאן, און אזוי אויך אים געבעטן צו העלפן אראנזשירן א מיטינג צווישן די ״נויטיג אינדיווידועלן״ מייננדיג ווארשיינליך פארשטייער פון פרעזידענט פוטין און קאנדידאט דאנעלד טראמפ. די אימעיל צייגט קלאר אז די טראמפ ארגאניזאציע האט דירעקט געזוכט הילף פון די פוטין רעזשים. אנדערש ווי זיי האבן געזאגט ביז יעצט אז זיי האבן נישט געהאט קיין שום ביזנעס פארבינדונג צו רוסלאנד.

בילד: טראמפ האט פרובירט צו בויען א טורעם אין מאסקווע דורכאויס די וואל קאמפיין

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל