קאליפארניע – די ליסטע פון קאנדידאטן איבערצונעמען די פאזיציע פון "הויפט עקזעקוטיוו" אינערהאלב דער "אובער" טעקסי טעכנאלאגיע פירמע, איז געווארן נעכטן שמעלער, נאכדעם וואס דער הויפט עקזעקוטיוו פון "דזשענעראל עלעקטעריק", דזשעף אימעלט, האט געזאגט אז ער ציט ארויס זיין נאמען, אבער ער האט ווייטער גרויס רעספעקט פאר דער פירמע און אירע גרינדער. אובער זוכט א נייעם הויפט עקזעקוטיוו, נאכדעם וואס דער גרינדער און הויפט עקזעקוטיוו טרעוויס קאלאניק איז ארויסגעווארפן געווארן פון זיין פאזיציע מיט 2 מאנאטן צוריק, וויבאלד ער האט פארפעלט צו פירן "אובער" צו א פארבעסערונג אין א צייט וואס די פירמע האט זיך געפלאגט מיט פילע סקאנדאלן און אנקלאגעס איבער רעכטן פאר דרייווערס און פריוואטקייט-רעכטן פון די פאסאזשירן. אימעלט וואלט געווען א געלונגענער פיגור איבערצונעמען די לייצעס פון אובער, זייענדיג דער וואס האט טראנספארמירט די אלטע "דזשענעראל עלעקטעריק" פירמע צו א נייע טעכנאלאגישע ריז, און אצינד, אז אימעלט האט זיך אנטזאגט פון באטראכט ווערן פאר דער אובער פאזיציע, איז פארבליבן ממש געציילטע נעמען אויף דער ליסטע, אריינגערעכנט מעג וויטמאן, הויפט עקזעקוטיוו פון "עיטש-פי", טראץ וואס זי האט געזאגט א פאר וואכן צוריק אז זי איז נישט פאראינטערעסירט.

גייענדיג צום דרוק הערט מען אומבאשטעטיגטע באריכטן אז אובער האט שוין אויסגעוועלט דארא קאסראוושאהי, אן עקזעקוטיוו אינערהאלב ״עקספידיע״, אלס דער נייער הויפט עקזעקוטיוו.

בילד: אובער זוכט נייעם הויפט עקזעקוטיוו

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל