ניו יארק סיטי – א לאנגיעריגער ניו יארק סיטי פייער קעפטעין, ביים נאמען פאול וואשינגטאן, איז אין די לעצטע צוויי טעג געקומען אונטער שארפער קריטיק, נאכדעם ווי ס'איז אפירגעקומען א ווידעא פון א רעדע וואס ער האט געגעבן פאר פאטענציעלע פייערלעשער מיטגלידער, און האט זיך ביי דער רעדע אויסגעדרוקט אז ס'איז בכלל נישט געפארפול צו זיין א פייערלעשער. וואשינגטאן, וועלכער איז טונקל-הויטיג, איז געברענגט געווארן צו רעדן צו א גרופע שווארצע יוגענטליכע איבער וואס עס באדייט צו זיין א פייערלעשער אין ניו יארק סיטי, און אינמיטן דער רעדע האט ער אנגעהויבן זאגן, "מיר לויפן בכלל נישט אריין אין קיין ברענענדיגע געביידעס. ווען דו זעסט א פייער, רויעך קומט ארויס פונעם פענסטער, מיינסטו אז די גאנצע געביידע איז אין פלאמען? אפשר איין קליינער צימער ברענט אביסל". וואשינגטאן זאגט ווייטער אז עס שטארבן יערליך בלויז 2 פייערלעשער, וואס איז א גאר קליינער פראצענט ווען מען נעמט אין באטראכט אז עס זענען דא 10 טויזנט פייערלעשער לענגאויס דער גאנצער סיטי, זאגנדיג אז א שווארצער יוגנטליכער וועלכער דרייעט זיך אומבאוואפנט, שטייט אויס א פיל גרעסערע ריזיקע פון שטארבן ווי א פייערלעשער וועלכער דינט אין די סיטי. א ווארטזאגער פאר דער ניו יארק סיטי פייער דעפארטמענט, צווישן אנדערע פייער באאמטע, האט אראפגעריסן וואשינגטאן, זאגנדיג אז פייערלעשער שטעלן זייער לעבן אין געפאר יעדן איינציגן טאג און עס זענען שוין געשטארבן 1,147 פייערלעשער אין די פייער דעפארטמענט'ס 152 יעריגע היסטאריע.

בילד: פייער קעפטעין אונטער שארפע קריטיק

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל