אהייא – איבער'ן לאנד האט זיך באנייעט די דעבאטע צי ריכטער זאלן ארומגיין מיט א קליינעם וואפן אין טאש, זיך צו קענען פארטיידיגן אין פאל זיי קומען אונטער אטאקע. די פראגע איז פריש אויפגעברענגט געווארן נאכדעם וואס דזשאוסעף ברוזעס, א ריכטער אין דזשעפערסאן קאונטי, אהייא, געפינט זיך אין שפיטאל נאכ'ן געשאסן ווערן דורך א פארשוין פארלאפענעם מאנטאג. ריכטער ברוזעס איז געווען באוואפנט און האט געעפנט קאנטער-פייער אויפ'ן שיסער, און לויט ווי לאקאלע לאו-ענספארמענט זאגן קלאר, וואלט ריכטער ברוזעס אומגעקומען, ווען ער וואלט נישט געווען באוואפנט, ווייל דער שיסער וואלט דאן געשאסן ווייטער.

איבער'ן לאנד זענען דא פארשידענע געזעצן ווען עס קומט צו ריכטער און וואפנס, מיט געוויסע סטעיטס וועלכע פארבאטן סיי וועלכע וואפן אריינגעברענגט צו ווערן אינעם געריכט זאל, אנדערע סטעיטס וועלכע ערלויבן די ריכטער צו האבן וואפנס, אבער נאר נאכ'ן דורכגיין געוויסע שטונדן טרענירונג, און אנדערע סטעיטס וועלכע האבן בכלל נישט קיין רעגולאציעס אויף דער זאך. די "נעשאנעל דזשודישעל קאלעדזש" צייגט אן אויף לעצטערע פארמערטע פעלער וואו ריכטער זענען געצילט געווארן דורך ברוטאלע פארשוינען וועמען זיי האבן פראצעסירט, און דעריבער איז וויכטיג אז די פעדעראלע רעגירונג זאל אראפשטעלן אנווייזונגען און רעגולאציעס אויף די אישו.

בילד: זאלן ריכטער ארומגיין באוואפנט?

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל