לאס אנדזשעלעס – פעדעראלע אויטאריטעטן האבן פאריגע וואך געמאלדן אז א כינעזער פארשוין איז אנגעקלאגט געווארן אין קאליפארניע אויף קלאגעס פון פארשפרייטן א געוויסע סארט קאמפיוטער ווירוס, וועלכע האט געברענגט אז פילע אמעריקאנער ביזנעסער זאלן ווערן געפלאגט פון סייבער אטאקעס און העקערייען. נעכטן האט די עף-בי-איי געזאגט אז דער פארשוין יאו פינגאן (Yu Pingan) האט געוואוסט אז די ווירוס, באקאנט אלס "סאקולא" (Sakula), גייט גענוצט ווערן צו העקן ביזנעסער, און ער האט עס טאקע פארשפרייט מיט דעם ציל. צווישן די פארשידענע סייבער אטאקעס און העקערייען וואס ווערן פארבינדן מיט די סאקולא ווירוס, איז די העקעריי וואס האט פאסירט אויף די פעדעראלע רעגירונג'ס "אפיס אוו פערסאנעל מענעדזשמענט" אין יאר 14', וואו פריוואטע אינפארמאציע פון הונדערטער טויזנטער פעדעראלע רעגירונג איינגעשטעלטע האט ארויסגעליעקט צו העקערס. אין די געריכטליכע אנקלאגעס קעגן פינגאן, שרייבן די פעדעראלע פראקורארן נישט ארויס אז פינגאן ווערט געקלאגט אויף די ספעציפישע העקערייען קעגן די דערמאנטע פעדעראלע רעגירונג'ס אפיס, ווייל אפיציעל באשולדיגט די עף-בי-איי אז די כינעזער רעגירונג איז געשטאנען אונטער יענע העקעריי. די פראקורארן זענען דערווארט צו זאגן אין געריכט אז פינגאן האט אומדירעקט געטאן זיינע שריט אויף די פארארדענונגען פון דער כינעזער רעגירונג.

בילד: כינעזער סייבער באנדיט געכאפט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל