קאליפארניע – גרעניץ פאטראל אגענטן האבן אנטדעקט א טונעל וועלכע איז געלאפן פון מעקסיקא קיין אמעריקע, מיט'ן ציל צו שמוגלען אומלעגאלע אימיגראנטן. דער טונעל איז אנטדעקט געווארן אין סאן דיעגא, קאליפארניע, וואו אגענטן האבן באמערקט א גרופע מענטשן שפאצירן און ווען זיי האבן באפוילן די מענטשן זיך אפצושטעלן, זענען עטליכע צוריק אריינגעלאפן אינעם טונעל, וואס האט געפירט דערצו אז די אגענטן זאלן עס טרעפן. די גרעניץ פאטראל אגענטן האבן ארעסטירט ארום דרייסיג מענטשן אינעם טונעל, און האבן געזאגט אז זיי האבן נישט געטראפן קיין שום דראגס אדער וואפנס אינעם טונעל, וואס דעריבער, זאגן זיי, מוז זיין אז ס׳איז גענוצט געווארן פשוט אריינצושווערצן מענטשן. דער טונעל איז געלאפן פון דער שטאט טיזשואנא אין מעקסיקא, וואס געפינט זיך הארט נעבן סאן דיעגא, און ס'איז געווען אונטערגעגראבן אונטער אן עקזיסטירנדיגער וואנט ביי דער גרעניץ, וואס לויט'ן חשבון איז עס שוין די פערצנטע אזא טונעל געפונען צו ווערן זינט 06'. דאס לעצטע מאל וואס מ'האט געטראפן אזא טונעל, איז געווען אין יאר 16', ווען אגענטן האבן ביי דער זעלבער געגנט אין סאן דיעגא אנטדעקט א האלב-מייליגן טונעל פאר דראג שמוגלערייען.

בילד: שמוגלעריי טונעל אנטדעקט אין סאן דיעגא

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל