וואשינגטאן – סעקרעטערי אוו סטעיט רעקס טילערסאן האט נעכטן אין אן אינטערוויו נישט געוואלט פארטיידיגן פרעזידענט טראמפ'ס רעאקציע צו די שארלוטסוויל ראיאטן. טילערסאן איז אנגעפרעגט געווארן איבער די ראיאטן אין שארלוטסוויל, און דער פאקט אז די יו-ען האט געווארנט אין א פרישע באריכט אז די אישו פון ראסיזם ווערט ערגער אין אמעריקע, און טילערסאן האט רעאגירט אז "די גאנצע וועלט ווייסט זייער גוט איבער אמעריקע'ס ווירדן". ווען מען האט אים צוריקגעפרעגט "און וואס טוט זיך וועגן דעם פרעזידענט'ס ווירדן?", האט ער געענטפערט טרוקן, "דער פרעזידענט רעדט פאר זיך אליינס", געבנדיג אנצודייטן אז ער איז נישט גרייט צו פארטיידיגן טראמפ'ס שוואכע פארדאמונג קעגן די נעא-נאציס וועלכע האבן מארשירט אין שארלוטסוויל. אין אנדערע נייעס איז נעכטן אפירגעקומען א ווידעא פון קורצע קאמענטארן וואס פארטיידיגונגס סעקרעטאר דזשעימס מעטיס האט געגעבן פאר אמעריקאנער טרופן אין ירדן מיט עטליכע טעג צוריק, באלד נאך די שארלוטסוויל ראיאטן, וואו ער רעדט אינספירירנד צו די טרופן און זאגט זיי, "האלטס אן די ליניע, אזוי לאנג ווי אונזער לאנד קומט צוריק זיך צו רעספעקטירן איינער דעם צווייטן".

בילד: טילערסאן וויל נישט פארטיידיגן טראמפ



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל