טעקסאס – ליבעראלע פיגורן האבן געזאגט אז די צוויי רעפובליקאנער טעקסאס סענאטארן, דזשאן קארנין און טעד קרוז, זענען היפאקריטן איבער דעם וואס זיי האבן געשיקט א בריוו צו פרעזידענט טראמפ אז ער זאל דערקלערן א "מעידזשאר דיזעסטער" פאר גאנץ טעקסאס, וואס וועט עפענען א קוואל פון מיליאנען דאלארן פאר דער סטעיט אין שאטן פון האריקעין הארווי. די ליבעראלן צייגן אן אז אין יאר 13' האבן סענאטארן קארנין און קרוז געשטימט קעגן א ביל אינעם סענאט וועלכע וואלט געשאנקען מיליאנען דאלארן פאר'ן "איסט קאוסט" ראיאן, אריינגערעכנט ניו יארק סטעיט, וועלכע איז דאן באטראפן געווארן פון דער היסטארישער "האריקעין סענדי". ביידע האבן דאן געזאגט אז זיי ווילן שטארק ארויסהעלפן די באטראפענע געגנטער, וועלכע האבן געליטן פון האריקעין סענדי, אבער זיי קענען נישט שטימען פאר'ן הילפס ביל, ווייל עס אנטהאלט אויך געלטער וואס האט נישט קיין שום שייכות מיט דער האריקעין, נאר פארמאגט געלטער צו שטיצן דעם העדסטארט פראגראם און סמיטסאניען מוזעאומס – פארט זאגן די ליבעראלן אז קארנין און קרוז פארשטייען יעצט זייער גוט די וויכטיגקייט פון באשטעטיגן פעדעראלע הילף, וויבאלד דאסמאל איז עס זייער סטעיט וואס איז באטראפן געווארן פון א האריקעין.

בילד: זענען קרוז און קארנין היפאקריטן?

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל