בעלארוס – א ריכטער אין בעלארוס האט געגעבן די ענדגילטיגע באשטעטיגונג אויפצובויען אפארטמענט געביידעס העכער צוויי געוועזענע אידישע בתי חיים, איינס אין דער שטאט גאמעל און דאס צווייטע אין דער שטאט מאזשיר. די פלענער פאר די קאנסטרוקציע פראיעקטן זענען שוין אויפגעברענגט געווארן עטליכע יאר צוריק, נאר זיי האבן זיך פארשלעפט ביז יעצט, צוליב וואס עטליכע עסקנים האבן פרובירט עס אפצוהאלטן אין געריכט. צווישן די עסקנים איז געווען ר' יעקב גוטמאן פון אמעריקע, וועלכער איז א בעלארוס-געבוירענער און ער האט שטארק געקעמפט קעגן די פראיעקטן, זאגנדיג אז די בעלארוסישע רעגירונג האט מיט אפאר יאר צוריק פארשפראכן צו באשיצן זייערע אידישע בתי חיים, און דאס איז א קלארע פארלעצונג פון דער פארשפרעכונג. אין א סטעיטמענט, רעאגירנדיג צום ענדגילטיגן געריכט אורטייל, האט ר' יעקב געזאגט אז די צוויי פראיעקטן וועלן זיכער ברענגען אויפגראבונג און שענדונג פון עצמות פון אידישע מתים, און ער האט אפעלירט צום בעלארוסישן פרעזידענט זיך אריינצומישן און עס אפשטעלן אין דער לעצטער מינוט איידער ס'איז חלילה צו שפעט.

בילד: בעלארוס וועט צעשטערן 2 בתי חיים

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל