אידישע איינוואוינער אין דזשעקסאן, ניו דזשערסי זאגן אז די לאקאלע טאון באאמטע האבן אונטערגענומען א קאמפיין צו שטערן דאס אוועקשטעלן א פרישן עירוב אין די טאון. די אידישע איינוואוינער האבן עטליכע וואכן צוריק אריינגעגעבן אן אפליקאציע, צו באקומען ערלויבעניש צו בויען א נייעם עירוב, און די טאון האט ארומגעשלעפט און זיך אנטזאגט פון געבן ערלויבעניש. מיט צוויי וואכן צוריק, האבן די טאון באאמטע אנגעהויבן ארומצושיקן ווייעלעישאן נאטיצן פאר איינוואוינער פאר'ן פארלעצן א געזעץ וואס זאגט אז א מענטש טאר נישט ארויסשטעלן, אפילו אויף זיין אייגענע פראפערטי, עפעס וואס שטערט די פיסגייער אויפ'ן מינדעסטן פארנעם. די ווייעלעישאנס ווערן נישט פארטיילט פאר אידישע איינוואוינער דירעקט, נאר פאר סתם איינוואוינער וועלכע האבן ארויפגעשטעלט נעצן פאר פארשידענע געימס אויף זייער פראפערטי, אבער די אידישע דזשעקסאן איינוואוינער זאגן אז ס'איז שטארק מעגליך אז די טאון האט פונקט יעצט אנגעהויבן ארויסשיקן די ווייעלעישאנס, כדי צו קענען האבן א תירוץ פארוואס נישט צו באשטעטיגן דעם עירוב.

בילד: דזשעקסאן, ניו דזשערסי'ס עירוב אישו



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל