קאנאדע – א פרישע זארג איז נעכטן אנטשטאנען ביי די רעגירונגען אין קאנאדע און מעקסיקא, אז דער אמעריקאנער פרעזידענט דאנאלד טראמפ וועט טאקע ארויסציען פונעם נאפטא אפמאך גענצליך, און עס ניטאמאל פרובירן איבערצומאכן – וואס אויב דאס פאסירט, וועט עס האבן ווייטגרייכנדע נעגאטיווע עקאנאמישע קאנסעקווענצן אויף קאנאדע, מעקסיקא און אויך אויף די פאראייניגטע שטאטן. די נייע זארג קומט נאכדעם וואס פרעזידענט טראמפ האט געשריבן נעכטן אינדערפרי אויף טוויטער, אז "מיר זענען אין דער נאפטא (דער ערגסטער האנדלס אפמאך אין היסטאריע) איבערמאכונג פראצעדור מיט מעקסיקא און קאנאדע", שרייבנדיג אז די צוויי לענדער פירן זיך אויף זייער נישט גוט און מאכן פראבלעמען אין די געשפרעכן, און אז ער קלערט גענצליך אפצושאפן נאפטא. די ערשטע רונדע געשפרעכן איבערצומאכן נאפטא איז שוין געקומען צו אן ענדע פאריגע וואך זונטאג, און די צווייטע רונדע וועט זיך אנהייבן די וואך פרייטאג אין מעקסיקא סיטי.

בילד: נייע זארג איבער נאפטא צוקונפט

טראמפ טוויט: מיר זענען אין דער נאפטא (דער ערגסטער האנדלס אפמאך אין היסטאריע) איבערמאכונג פראצעדור מיט מעקסיקא און קאנאדע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל