בערלין – דייטשלאנד'ס קאנצלערין, אנגעלע מערקעל, זאגט אז זי האט נישט קיין שום חרטה איבער איר יאר 15' באשלוס צו עפענען די טויערן פונעם לאנד און אריינלאזן הונדערטער טויזנטער פליטים און אימיגראנטן פון סיריע און אנדערע מיטל מזרח לענדער. מערקעל'ס ווערטער, אין אן אינטערוויו נעכטן פאר א בערלינער צייטונג, קומט געציילטע וואכן בעפאר די נאציאנאלע וואלן אום סעפטעמבער 24, וואו זי איז אין ערנסטן געפאר פון פארלירן איר אמט, און פאליטישע עקספערטן זאגן אז אויב זי פארלירט טאקע די פירערשאפט, וועט עס זיין צום פארדאנקען איר באשלוס אריינצולאזן די אלע פליטים, אויף וואס פילע דייטשע בירגער ברויזן און זענען ביי דער מיינונג אז דאס האט געברענגט די פרישע כוואליע פון איסלאמיסטישער טעראר אין לאנד. א פרישע אנקעטע האט נעכטן גראדע געצייגט אז מערקעל שטייט יא גוט, ווען איר פארטיי דערווארט צו באקומען 38 פראצענט פון אלע שטימען, וואס איז מיט 15 פראצענט מער ווי די צענטער-לינקע דעמאקראטישע פארטיי. די עקסטרעם רעכטע "עי-עף-די" פארטיי איז דערווארט אנצוציען בלויז 10 פראצענט אין די וואלן, אבער ס'איז נאך אלץ מער ווי סיי ווען אין די לעצטע יארן, און די שטיצע פאר די רעכטע איז טאקע א דאנק די פליטים אישו.

בילד: מערקעל: קיין חרטה איבער אימיגראנטן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל