איסלאמאבאד – די פאקיסטאנער רעגירונג האט אפגעשטופט א געפלאנטן באזוך וואס אן אמעריקאנער דיפלאמאט האט געזאלט אפהאלטן אין לאנד, נאכדעם וואס פראטעסטן האבן אויסגעבראכן קעגן דעם וואס פרעזידענט טראמפ האט פאריגע וואך אטאקירט פאקיסטאן אין א רעדע איבער דער אפגאניסטאנער קריג. דער באזוך פון עליס וועלס, אסיסטענט סעקרעטערי אוו סטעיט, האט געזאלט פארקומען היינט מאנטאג, אבער ווי די סטעיט דעפארטמענט זאגט האט מען אויף דער ביטע פון דער פאקיסטאנער רעגירונג אפגעשטופט דעם באזוך, דערווייל, און ס'איז נאך פארלייפיג נישט געסקעדזשועלט געווארן דערפאר א נייער דאטום. סטעיט דעפארטמענט איינגעשטעלטע זאגן אז די סיבה פאר דער אפשטופונג איז געווען צוליב זארג פאר וועלס' זיכערהייט, וויבאלד מ'האט מורא געהאט פון ווילדע פראטעסטירער, וואס מ'האט געזען אין די לעצטערע טעג זינט טראמפ'ס רעדע, אבער ווי פאקיסטאנער רעגירונג קוועלער האבן געזאגט, איז דאס צו שיקן א מעסעדזש פאר דער טראמפ אדמיניסטראציע איבער דער אומצופרידנהייט פון טראמפ'ן וואס האט אזוי שארף גערעדט קעגן פאקיסטאן.

בילד: פאקיסטאן שיבט אפ אמעריקאנער באזוך

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל