וואשינגטאן – דאס ווייסע הויז האט געמאלדן אז פרעזידענט טראמפ וועט מארגן דינסטאג פליען קיין טעקסאס, וואו ער וועט באטראכטן פון דער נאענט די שאדנס וואס די היסטארישע האריקעין הארווי האט אנגעברענגט אויף דער סטעיט, און ער פלאנירט זיך צו טרעפן דארטן מיט געליטענע איינוואוינער און אויך לאקאלע באאמטע, כדי צו הערן וואס נאך די פעדעראלע רעגירונג קען טאן, ארויסצוהעלפן די סטעיט זיך צוריקצושטעלן אויף די פיס.

טראמפ'ס געפלאנטער באזוך קומט אין א צייט וואס דער פעדעראלער פימא דירעקטאר, בראק לאנג, האט געזאגט אז האריקעין הארווי איז גאנץ מעגליך די סאמע ערגסטע נאטורליכע קאטאסטראפע אין טעקסאס' היסטאריע, און אז עס וועט דויערן "לאנגע יארן" אז די סטעיט זאל צוריקגעשטעלט ווערן אויף די פיס. לאנג האט באשטעטיגט אז מער ווי 5 טויזנט פעדעראלע איינגעשטעלטע געפינען זיך אין דער סטעיט, איר צו העלפן זיך ספראווען מיט די נאכווייען.

- עטליכע שפיטעלער לענגאויס טעקסאס זענען נעכטן איבער'ן טאג עוואקואירט געווארן צוליב וואס די פארפלייצונג וואסערן אויף די נידריגערע שטאקן האבן געמאכט אוממעגליך פאר די פאציענטן צו פארבלייבן דארטן. דער הויפט שפיטאל אין יוסטאן האט אבער נישט געקענט עוואקואירט ווערן ביז ביינאכט, ווייל די רעטונגס ארבעטער האבן נישט געקענט אהינצוקומען צוליב די הויכע וואסערן.

- טעקסאס גאווערנאר גרעג עבאט האט געזאגט אז פרעזידענט טראמפ האט שוין דערקלערט אכצן קאונטיס אלס "פעדעראלע דיזעסטער זאנעס", און ווי עס האלט יעצט, געפינט זיך א פערטל פון דער סטעיט'ס באפעלקערונג אונטער פעדעראלע דיזעסטער דעקלעראציעס. גאווערנאר עבאט האט באזונדער אקטיוויזירט דריי טויזנט "נעשאנעל גארד" זעלנער וועלכע האבן אנגעהויבן דורכצופירן רעטונגס אפעראציעס אין פארפלייצטע געגנטער.

- די צאל טויטפעלער, אלס רעזולטאט פון האריקעין הארווי, איז נעכטן געשטיגן צו 5, און ארום דרייסיג זענען פארוואונדעט געווארן אין האריקעין-פארבינדעטע אינצידענטן. אין דער זעלבער צייט זענען דורכגעפירט געווארן פילע סוקסעספולע רעטונגס אפעראציעס, אריינגערעכנט פופצן עלטערע איינוואוינער אין דער שטאט דיקינסאן, וועלכע זענען געווען געשטראנדעט אין א נוירסינג היים אונטער עטליכע פיס וואסער און מ'האט זיי באוויזן צו ראטעווען.

בילד: טראמפ וועט פארן קיין טעקסאס צו באטראכטן האריקעין הארווי נאכווייען

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל