אלס טייל פון אירע שריט צו אריינבייסן אין די גראסערי מארקעט האט עמעזאן גענומען ערשטע שריט אין די ״האול פוד״ נעץ וואס זי האט נארוואס איבערגענומען, דורך באדייטנדע הנחות אויף וויכטיגע פראדוקטן ווי פרוכט און גרינצייג, ברויט, פלייש, פיש און נאך לעבנסמיטל. היינט מאנטאג האט עמעזאן איבערגעלייגט פרייזן אויף צענדליגע פראדוקטן אין הונדערטער לאקאלן, אריינגערעכנט אין ברוקלין, און דערמיט געצייגט איר סטראטעגיע פון צושטעלן ביליגע פראדוקטן צו ציען קליענטן און דאן פארדינען אויף די קליענטן פון אנדערע פראדוקטן איינמאל ״זיי זענען אריינגעכאפט אין נעץ״ דאס איז איינע פון די הויפט סטראטעגיעס פון עמעזאן צו האלטן קליענטן געבינדען דורך דיסקאונטס און מעמבערשיפ פראגראמען. אזוי אויך נוצט עמעזאן אויס די נעץ צו פארקויפן אירע עלעקטראנישע פראדוקטן און האט אוועקעגשטעלט איר ״עמעזאן עקאו״ היים קאנטראל מאשין אין פילע האל פוד לאקאלן פאר גאר ביליג (די עמעזאן עקאו איז א אפאראט וואס ערלויבט צו איינקויפן בלויז מיט׳ן אריינרעדן אינעם מאשין, די אפאראט ווערט פארקויפט פאר שפאט ביליג אבער עס בינדט צו דעם קליענט צו עמעזאן).

בילד:עמעזאן נידערט פרייזן פאר לעבנסמיטל פראדוקטן אין ״האול פוד״

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל