״אובער״ געפונט זיך יעצט אין א קריטישע ווענד-פונקט און זי זוכט צו אויפקומען מיט וועגן וויאזוי צו דאמינירן די פרישע מארקעט פון דרייווערלאזע קארס און נאך טעכנאלאגיעס, און מען דארף אויפקומען מיט א וועג צו מאכן די ריזיגע 7 ביליאן דאלערדיג אימפעריע פראפיטירבאר נאך יארן פון פארלוסטן. דעריבער האבן זיי צוזאמענגעשטעלט א ליסטע פון העכסט סוקסעספולע סי-אי-או׳ס פון פראמינענטע פירמעס ווי צום ביישפיל: דשענעראל עלעקטעריק. הואלערד פעקער. און ביי די ענדע האבן זיי אויסגעקליבן דווקא א אומבאקאנטער אבער ענערגישער קאנדידאט, דער סי-אי-או פון די טיקעט און האטעל בוקינג פירמע ״עקספידיע״.
דארא כאסראשאהי (Dara Khosrowshahi) ווערט פאררעכנט אלס א שטילער אבער גאר עפעקטיווער ביזנעס קאפ און האט באוויזן צו שטארק ארויפארבייטן עקספעדיע, ער ווערט באטראכט אלס א ״דרויסנדיגער״ צו די סיליקאן וועלי אינדוסטרי, און דעריבער לייגט מען האפענונג אויף אים אז ער וועט ברענגען ארדענונג אין די געפלאגטע פירמע און איר ברענגען צו איר פולע פאטענציאל.
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה