די שטורעם און פארפלייצונגען האלטן נאך אן אין טעקסאס אבער עס דערקענט זיך שוין די שווערע עקאנאמישע און פינאנציעלע שאדנס וואס דאס ברענגט מיט זיך, ספעציעל אין די אויל אינדוסטרי וואס בליהט גאר שטארק אין טעקסאס, און איז שוין שטארק באטראפן געווארן און די שאדנס ווערן געשאצט אין די פילע ביליאנען. עקסאן מאביל האט באריכטעט איבער איינע פון אירע פלענטס, די צווייט גרעסטע אין אמעריקע וואס איז טיילווייז צוגעשפארט צוליב די פארפלייצונגען. די שטורעמס און פארפלייצונגען האבן באטראפן ארום א פערטל פון אלע אויל ריפיינעריס אין די ראיאן און עס הערשט א זארג אז אויב עס האלט אן און קומט אן קיין לואיזיאנע קען עס ברענגען צו א ערנסטע אויל קריזיס צוליב דעם וואס דארטן געפונען זיך דאס לאנדס גרעסטע אויל ריפיינעריס. אלס רעזולטאט פון די זארג זענען שוין די פרייזן פון אויל געשטיגן היינט איבערן גאנצן לאנד, מיט ארום 5 ביז צען צענט פער גאלאן, און איז ערווארטעט צו שטייגן נאך אין די קומענדיגע טעג, ספעציעל אויב די שטורעם וועט גיין אין די ריכטונג פון לואיזיאנע.

בילד: פארפלייצונגען ברענגען פינאנציעלע נאכווייען פאר אויל אינדוסטרי

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל