דער דירעקטאר פון די סיקרעט סערוויס טעקס עלעס האט אין א געשפרעך מיט די פרעסע געזאגט אז די סיקרעט סערוויס לויפט אויס פון געלט און קען מער נישט באצאלן אירע אגענטן, צוליב די נאכאנאנדיגע רייזעס פונעם פרעזידענט און די רעלאטיוו גרויסע פאמיליע וואס ער פארמאגט. דער דירעקטאר האט שפעטער אויסגעקלארט אז ער מיינט נישט דערמיט צו אנלייגן די שולד אויפ׳ן פרעזידענט און די הוצאות שטייגן אויך צוליב פרישע סטאנדארטן וואס די סיקרעט סערוויס האט אונטערגענומען און עס קאסט אפ גרעסערע געלטער, ער זאגט אז די אגענטור האט שוין פארנוצט אלע פאנדן וואס קאנגרעס האט איר צוגעטיילט און שטייט אויס א ערנסטע קריזיס אין ליכט פון די אויפקומענדיגע פעלקער פאראיין אלגעמיינע פארזאמלונג וואס איז די מערסט קאסטבארע אפעראציע פאר די סיקרעט סערוויס. אונטער פרעזידענט טראמפ טוט די סיקרעט סערוויס באשיצן 42 מיטגלידער פונעם פרעזידענס פאמיליע און שטאב, מיט 11 מער ווי אונטער פרעזידענט אבאמא, און אזוי אויך טוט דער פרעזידענט פארברענגען גאר אסאך אין זיינע רעזארט ערטער און יעדעס מאל איז עס א שטארקע לאסט אויף די אגענטור. די אויסגאבן זענען הויפטזעכליך פאר אווערטיים און קאמפענסאציע פאר רייזעס א.ד.ג וואס קאנגרעס האנט צוגעטיילט 60$ מיליאן דאלער אבער די אגענטור איז שוין אויסגעלאפן דערפון.

בילד: סיקרעט סערוויס שטייט אויס פינאנציעלע קריזיס צוליב דעם פרעזידענטס אפטע רייזעס

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל