די ברייטבארד נייעס קוואל, א נייעס נעץ וואס איז געווען גאנץ אומבאקאנט ביז ארום א יאר צוריק און איז געווען פאפולער בלויז צווישן עקסטרעמע נאציאנאליסטן איז געווארן שטארק באקאנט א דאנק דעם גרינדער און רעדאקטאר סטיוו בענאן וואס איז אויפגענומען געווארן אלס ראטגעבער פאר די טראמפ קאמפיין און האט געשפילט א אינסטרומענטאלע טייל אין די פראפאגאנדע מאשין פון די טראמפ קאמפיין.

אצינד נאכדעם וואס סטיוו בענאן איז געפלויגן פון ווייסן הויז איז ער צוריק אינעם רעדאקטאר שטוהל אין ברייטבארד, און האט פארשפראכן אז ער וועט פירן א שווערע קריג מיט די טראמפ אדמינסטראציע איר צו צוריק ארויפפירן אויף די ״ריכטיגע רעלסן״ און נעכטן איז שוין געקומען די ערשטע כוואליע פון קריטיק און עס איז געווען געצילט קעגן דעם נאצינאנאלן זיכערהייטס ראטגעבער, אן אלטע פיינט פאר בענאן, ה. ר. מקמעסטער וועלכער איז באקאנט מיט זיין מעסיגע צוגאנג און איז א געמאסטענע שטימע אין די אדמיניסטראציע.

בענאן באשולדיגט מ׳קמעסטער אלס איינער וואס איז ״ווייעך״ ווען עס קומט צו טעראר, און אז ער איז ״פריינטליך״ צו עקסטרעמע איסלאמיסטישע גרופעס, און א לענגערע ארטיקל אינעם ברייטבארד טוט די נייעס קוואל אראפמאלן מ׳קעמעסטער אלס איינער וועלכער איז שוואך אויף טעראריזם און א ער האלט אז מען דארף ״נאכגעבן״ פאר איסלאמיסטישע גרופעס, די ארטיקל ציטירט פון א בוך וועלכע מ׳קמעסטער האט רעקאמענדירט אין וועלכע עס שטייט אז אמעריקאנער זענער דארפן זיך אנטשולדיגן פאר׳ן פארשעמען דעם קוראן.

בילד: ערשטע ציל פון ברייטבארד: נאציאנאלער זיכערהייטס ראטגעבער מקמעסטער

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל