דעם פרייטאג האט פרעזידענט טראמפ אפגעהאלטן א גאר אינטענסיווע זיצונג מיט זיינע שטאב מיטגלידער און די מיליטער הויפטן אין וועלכע עס איז דיסקוטירט געווארן וויאזוי צו ווייטער גיין מיט די קריג אין אפגאניסטאן, נאכדעם וואס אין די לעצטע מאנאטן האבן די טאליבאנערן באוויזן צו מאכן שטארקע פארשריט און די אמעריקאנער סטראטעגיע ארבייט נישט. פרעזידענט טראמפ איז שוין עטליכע וואכן פארנומען צו אויפקומען מיט אן אלטערנאטיוו צו די סטראטעיגע, צווישן די פלענער אויפ׳ן טיש געפונט זיך א פלאן צו דראמאטישע העכערן די צאל טרופן, אדער דינגען א פריוואטע פירמע צו דורכפירן די פונקציעס פון די מיליטער. נאך די אינטענסיווע זיצונגען דעם פרייטאג אין וועלכע עס האבן זיך באטייליגט די גענעראלן און דער פארטיידיגונג סעקערטאר דשים מעטיס, דער אויסערן סעקערטערי רעקס טילערסאן און דער וויצע פרעזידענט מייק פענס, האט דער פרעזידענט געזאגט אז ער וועט מעלדן זיין ענדגילטיגע באשלוס היינט ביינאכט אין א ספעציעלע רעדע היינט 9 אזייגער ביינאכט, אנאליסטן זאגן אז ער וועט מעלדן איבער מער טרופן, אבער דערווייל ווארט מען מיט שפאנונג צו הערן אויב עס איז דא א נייע סטראטעגיע אויפ׳ן טיש.
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה